artists: a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x y z 0 1 2 3 4 5 6 7 8 9

di reiye – versuri motty ilowitz

Loading...

זיין הארץ איז פיל מיט זארג
גייענדיג נאך געלט
געקלאפט שוין איבער גאנץ ניו יארק

און כמעט נאך גארנישט צאמגעשטעלט.
דאס הארץ פלאגט-אים
זיין חבר זאגט-אים
פאר צום טאהש רבין׳ס הויז.
בעטן ער זאל-פון-אים
ווייל א געהאלפענעם
גייט פון דארט א יעדער ארויס.

דער משולח אלט בראשו חש
געהאלפן ווערן אבער ער וויל
ער כאפט א וועג און קומט אן קיין טאהש
אין רבין׳ס צימער איז שא שטיל.
יעצט איז נאך שטיל-דא
באלד ווערט פיל-דא
א פשוטער פלאן אים באהערשט.
איך גיי מיך נישט רירן
מיין פלאץ נישט פארלירן
אזוי אריינגיין וועל איך דער ערשט.

עס לויפט די צייט, אין שטוב ווערט פיל
ענדליך דער רבי זיין טיר מאכט אויף,
דער איד אין צימער אריינגיין ער וויל
דער רבי באטראכט אים אראפ און ארויף.

דאס הארץ רייסט-אים
ווען די רבי ווייזט-אים
אונטער דיר שטייט א אינגערמאן
זיי מוחל ווארט נאר צו, און לאז אים ערשט אריין.

ער דרייט זיך אויס מיט שעם
א יונגערמאנ׳טשיק רייך געשטעלט,
פארוואס דארף איך מיך ריקן פאר אים
ווייל איך בין ארעם און ער האט געלט.

ער קען עס נישט גלייבן
ער קען עס נישט דערהייבן
נישט גענוג בושות אין ניו יארק אליין
זעט אויס אז אויכעט אין קאנאדע דארף איך דורכגיין.

אפאר מינוט אדורך גייט
דער טיר ווערט צוריק אן אפענעם,
דעם יונגן נגיד דער רבי באגלייט
און רופט אריין דעם משולח דעם געטראפענעם.
ער וויל אים ערקלערן
ער זאל הערן
די סיבה דערפאר,
דער איד אבער ווייעדיגט
פארשעמט און באליידיגט
נעמט זיך שרייען פון גרויס צער.

איך ווארט אזוי לאנג צו קומען אריין
דער ערשטער אין רייע האב איך זיך געשטעלט,
כ׳בין אן עלטערער איד און ער א יונגערמאן
איך האב געמיינט אז אין טאהש ווערט מען נישט פארלוירן פאר געלט.

דער רבי שטיל בלייבט-ער
א ריזן סכום שרייבט-ער
אין א טשעק׳ל וואס ליגט דארטן ליידיגערהייט
און שטרעקט עס אהין פאר דעם איד וואס שרייט.

איך האב פארשטאנען פארוואס דו ביסט געקומען
גלייך ווען איך האב דיר געזען ביים טיר,
און דיר צו קענען געבן לייטישע סכום׳ען
האב איך געמוזט אריינלאזן קודם דעם גביר.

א ליידיגן טשעק
ער גיט מיר אוועק
ר׳ איד דיין ישועה דא דו האסט
גאר מיט דעם, וואס איך האב אים, קודם אריינגעלאזט.

שטייט דער בחור און קלעמט
וואס איז דער חשבון גענוי,
דעם יונגן בחור׳ל מען נעמט
און מיך לאזט מען אויס צו ווערן גרוי.
א צווייטער א באשטראפטער
פון חובות קוים שלאפט-ער
מיין שכן אבער לעבט באקוועם,
ווען ברך עלינו
ונא אל תצריכינו
איך בעט עס שוין 20 יאר מער פון אים.

א מאמע זי וויינט ביי אירע לעכט
באשעפער גענוג נשמות דו האסט,
דו טיילסט פאר יעדן, פרעגט זי מיט רעכט
פארוואס האסט אונז אויסגעלאזט.

ביי א צווייטן זיין קינד
אזוי נישט געזונט
באשעפער איך ווארט שוין א לאנגע צייט,
אנדערע היילסטו
פאר יעדן טיילסטו
פארוואס מיך הייסטו גיין אין א זייט.

מיין קינד איך זעה דיין פיין
איך וויין מיט דיר בכל צער וצער,
און גלייב מיר איך לאז נישט קיינעם אריין
ערשט, קודם, אדער בעפאר.

מיין קינד דו פארשטייסט-נישט
ביסט אינדרויסן, דו ווייסט-נישט
ווי אזוי עס פירט זיך דא ביי מיר
אז אלעס איז אויסגערעכענט, נאר פאר דיר.

איך ווייס דו ווילסט פארשטיין דעם פשט
דער אידעלע מיט טרערן מאנט-ער,
הלוואי, מיין קינד, קענסטו זעהן ווי ווייט
די שטופ אוועק ברענגט דיך נאנטער.

ס׳קען זיין אז איינמאל
און אפשר גאר קיינמאל
וועסטו דאס איינזען אליין
אז פונקטליך אזוי האט עס געמוזט זיין
און אלעס איז נאר פאר די טובה דיין.

# motty ilowitz


Home . turkish . thailand . spanish . romanian . german . french . russian . polish . korean . japanese . italian